שבתי בבית ה
...
שבתי בבית ה' איז נישט נאר אַ קאָד, שבתי בבית ה' איז
מיין לעבן.
שבתי בבית ה' איז נישט נאר אלול, שבתי בבית ה' איז אַ
גאנץ יאר.
שבתי בבית ה' איז נישט נאר פאר מיר , שבתי בבית ה' איז
הויכט פאר מיינע עלטערן און אלע ארום מיר.
שבתי בבית ה' איז נישט נאר און די בחורי'שע יארן, שבתי בבית ה' איז אַ מיין אלע יארן, אַ פרישער יונגערמאן, אַ טאטע פאר קינדער, אַ טאטע
וואס מאכט חתונה קינדער, אַ זיידע פאר אייניקלעך.
שבתי בבית ה' איז נישט נאר ווען איך לערן אין ישיבה,
שבתי בבית ה' איז ביי אלע אומשטענדן, אַ כולל יונגערמאן, אַ רבי אין חיידר, אַ
פארקויפער אין אַ טאמבור, אַ עמאָציאָנעל טעראַפּיסט.
מיין טייערער פריינד פון ווען איך בין אין די
ישיבה "כתר תורה" קוסוב ויז'ניץ
פיל איך אז אלעס ווערט אוועק געשטעלט אין מיין פארשטאנד.
אַ געשמאק און לערנען שעות ברציפות מיט חשק,
הנאה האבן צו מכבד זיין אַ צוויטער אפילו הער איז
אנדערש פון מיר,
אַ געשמאק צו דאווענען מיט כוונה אזוי ווי סי
שטייט אין הלכה,
הנאה האבן ביי אַ חסידישע ווארעמע שבת סעודה,
אַ געשמאק צו לעבן לויט די וועגן פון
אונזערע רבי'ס
ס' איז פאר מיר אַ געשמאק צו רעדן אויף מיינע
שווערקייטן פאר די צוות פון ישיבה וואס טרעטן מיר אויס מיין וועג.
און וואָס איך האב זיך געלערנט ווען איך בין
געזעצן בבית ה',
נעם איך מיט מיר אויף מיין וועג,
פילן דעם געשמאַק און זען אז כי טוב ה',
און הנאה האבן א פנימיות'דיגע הנאה מיין גאנצע
לעבן
איך דאנק דער אייבישטער אויף דעם וואס איך בין
אריין אין די ישיבה "כתר תורה" קוסוב ויז'ניץ
און איך דאנק פאר רבינו שליט"א, פאר די ראש
ישיבה שליט"א, פאר די צוות הרוחני, וואס פירן מיר
מיט גוטהארציקייט און פארשטאנד אויף יעדן טריט
און שריט,
אז מיינע מעשים זאלן אָן קומען צו די מעשים פֿון
מײנע עלטערן און מיינע רבי'ס
ס' איז מיר שווער!
אז נאך ווען דער אייבישטער האט מיר געהאלפן אז איך
בין אנגעקומען אויף מיין פלאץ וואס דארט גיי איך ארויף מעלה מעלה וואס מ'בויעט מיר
און מ'שטיצט מיר זאל איך אָן קומען צו מיינע שאיפות און הצלחות און ארויף גיין מעלה
מעלה
אבער! איך פיל אז די הנהלה רוחנית און די הנהלה
גשמית שטייט און מוטשעט זיך
און די שוועריקייט ווערט שווערער פון טאג צו טאג
און איך האב מורא אז די ישיבה קען זיך פארמאכן וועגן
דררא דממונא
הצלת נפשות ממש
ביטע! זיי תורם פאר מיר און פאר מיין עתיד, און פארן
דור העתיד
און דו !!! יא, דו !!!
דו וועסט האבן! אַ חלק אין מיין עתיד פון בוייען מיין
וועלט אין רוחניות און אין גשמיות
זאל איך מצליח זיין צו אויף בוייען אַ בית נאמן
בישראל מיט א חסידיש'ער לעבן