"יוסי אוהבים אותך לנצח"
בס''ד
יתומי משפחת מרקוביץ
*נרתמים למען האלמנה והיתומים של יוסי*
יום שישי אחר הצהריים, אוטוטו שבת, ברחובות כבר רצים עם שטריימלך, אבל בבית הלוויות שמגר מתאספים מאות אנשים למורות הלחץ.
יוסי נכנס לאולם ההספדים בשמגר, אך עטוף בטלית ל"ע.
כל הציבור גועה בבכי, לא יכול להרגע.
*יוסי איננו*
מי לא הכיר את יוסי עם החיוך הבלתי נגמר, יוסי עם הלב הגדול, השאיר את האלמנה ללא קורת גג.
ביום חמישי האחרון, יוסי יצא מהבית לשיעור אור החיים, אישתו נכנסה לישון, ולא ידעה שמחר בבוקר היא תקום לבד לבד😭
יוסי האיש שליווה אותה בכל צעד, יוסי עם הלב הגדול איננו.
יוסי נלקח ביעף, בתאונה מחרידה ומצמררת, והשאיר אלמנה מחוסרת כל.
רגבי האדמה הטריים, ספוגים בדם, ובדמעות של החברים המשפחה, השמים בכו בלוויה, אבל עם ישראל לא מפקיר את האלמנה.
*יוסי משקיף עלינו מלמעלה*
וממתין שכל אחד יקח יעד אישי, נרתמים למען האלמנה והיתומים יחד.
*חברים לנצח*
*
סליקת הכספים נעשית באמצעות עמותת:
קופה של צדקה
תזכו למצוות
...
ערב שבת קודש, ווען אין יעדע אידישע שטוב פארענדיגט מען די פילע הכנות צום שבת קודש, האט זיך אפגעשפילט אין גאנץ אן אנדער ווינקל א שווערע ביטערע בילד, וואס איז נישט צום פארגלייכן צו די ערב שבת'דיגע שטימונג וואס הערשט יעצט אין אלע שטובער. דא, אין בית הלוויות שמגר אין ירושלים, קענען נישט די הונדערטער באגלייטערס אראפשלינגען די שרעקליכע טראגעדיע, וואס איז אזוי פלוצלונג ווי א דינער געפאלן אויף זייער קאפ. ס'לאזט זיך נישט גלייבן וועמען זיי באגלייטן דא למנוחת עולמים. אזא יונגער חבר, אזא יונגערמאן פון קוים 23 יאר אלט - הר"ר נחמן יוסף מארקאוויטש ז"ל.
יעדער דא איז פשוט אינגאנצן שאקירט, און קען נישט ארויסרעדן א ווארט פון מויל. נישט קיין מעשיות, נישט קיין פארשטעלונגען. מ'שטייט שטיל, איינגעהילט אין א טיפער שווייגעניש, ווען קיין שום ווארט וועט נישט קענען גענוג פארשטעלן די שרעקליכקייט פון די טראגעדיע. דער נחמן יוסף, דער יונגערמאן מיטן גאלדענער הארץ, וואס האט נישט אפגעזאגט קיינעם פון צו העלפן! מיט אזא לעבהאפט האט ער ארויסגעהאלפן יעדער נויטיגער. ביז די לעצטע מינוטן ממש איז ער נאך געווען פארנומען מיט מעשי חסד, מיט אויפטוהן פאר יענעם. אז פונקט ער זאל אזוי פלוצלונג פארשניטן ווערן פון די וועלט, דאס לאזט זיך נישט אויפכאפן און לייגן אויפן געדאנק.
ווער קען דען זיך אויסדרוקן אויף אים בלשון עבר, ווען מ'שטייט נעבן די צובראכענע שאקירטע אלמנה, די יונגע פרוי קוים צוואנציג יאר אלט, און מ'קוקט זיך צו צו די צוויי פיצעלעך, צוויי שעפעלעך, נאכנישט קיין דריי יעריגער, און זיין ברודער'ל וואס האט געקענט זיין טאטע בלויז ניין מאנאט... זיי פארשטייען נישט פארוואס יעדער ארום וויינט, און יאמערט, און ביטערט. און וואו איז זייער טאטע דא אין בילד, צו בארוהיגן די אלע טרויעריגע מענטשן ווי זיין שטייגער?
ווי קען מען זיך אנגארטלען מיט גענוג כוחות הנפש, און פראבירן צוזאמנעמען די צופיצלטע טראגישע שטיקלעך? אוי נחמן יוסף, אוי! ווי קען מען דאס פארנעמען???
א געווענליכע פרייטיג אינדערפרי, און מיט אזא פלוצלונגדיגקייט, אן קיין פריערדיגע צוגרייטונג, ווען ער האלט אינמיטן פארן האט זיך זיין מאשין פלוצלונג א דריי געגעבן. ר ' נחמן יוסף האט זיך נישט פארלוירן. ער איז ארויס פון מאשין צו בעטן הילף אין זייט פון שאסיי, אבער זיין טויט איז אנגעקומען אזוי אומגעראכטן ווען אן אנדער פארנדיגער מאשין האט אים צוטראטן, צום טויט...
ווער קען זיך גלייבן, אז פונקט נחמן יוסף מארקאוויטש, דער אזוי באקאנטער פערזענליכקייט אין בית שמש. דער אדרעס פאר יעדע נויטיגע הילף, דער וואס דערפריידט, דער וואס מוטיגט, דער וואס וועט אלעס אלעס טוהן צו גוטס טוהן פאר א צווייטן, יעדער זאל זיך שפירן גוט רוהיג און צופרידן. נישט געווען ביי אים אזא באגריף ער זאל צוזעהן ווי איינער פלאגט זיך, טרויערט, אדער איז אין אן ענגן צושטאנד, און ער זאל בלייבן אין זייט אן צו אויסשטרעקן זיינע הענט צו הילף, און זארגן מיט אלע זיינע קרעפטן ביז אלס וועט ווערן אין ארדענונג.
אין פונקט ער, איז פלוצלונג אוועק פון דער וועלט. ווען נישט וואס איבער אים זעלבסט איז יעצט די געוואלדיגע טרויער און קלאג, וואלט ער דאך געווען דער ערשטער צו זיין דא אין בילד. מוטיגן, שטארקן, דערפרייען, ערלעדיגן אלס וואס פאדערט זיך, פארשאפן וואס איז נויטיג. און יעדער דא איז אזוי פארלוירן - אויב ער איז נישטא, וואס זאל מען יעצט טוהן? וועמען זאל מען צושטעלן צו הילף, אויב נישט נחמן יוסף???
סיי טעכניש, סיי פיזיש, און אפילו גייסטיש, איז ער געווען דער אנליינער, די אדרעס, אויפצושטעלן פון דאסניי אידישע שטובער, אין אלע הינזיכטן. אויסצוגיסן פאר אים דאס הארץ, די שווערקייטן, די פראבלעמען. אין סיי וועלכע שעה, אין יעדע צושטאנד וואס ער אליין איז געשטאנען, איז אבער יעדער איד וויכטיגער פון אים. ווייל דאס איז ער געווען. דאס איז געווען זיין הארץ. דאס איז געווען דער פליכט און ציל וואס ער האט געשטעלט קעגן זיינע אויגן.
און די פירונג איז נישט געווען איינמאליג, צופעליג. ער איז געווען טָאטַאל איבערגעגעבן פאר אנדערע, נישט נאר ווען ס'איז אים אויסגעקומען, ווען ס'האט זיך אים געמאכט אזא פאל. ער האט זיך גענצליך אוועקגעגעבן פארן ציבור. זיך, מיט זיין שטענדיגע שמייכל, מיט זיין לעכטיג פנים, מיט זיינע כוחות הגוף והנפש, ווי ער וואלט אויסגערופן – אדרבא! נוצט מיר אויס! בעט וואס איר דארפט. איך שטיי גרייט אייך צו באדינען...
און דאס איז געווען זיין שטייגער אויך ווען ס'האט זיך גערעדט אויף אזא פאל צום ביישפיל, ווען א חבר זיינער האט אים וויכטיג גערופן, זעהענדיג אז ער וועט נישט ערפאלגן צו פארענדיגן אן ארבעט וואס ער האט זיך אונטערגענומען. די צייט דערנענטערט זיך שוין, און ער שטייט נאך ווייט ווייט פון ענד. וועמען רופט מען אין אזא ענגשאפט? נחמן יוסף פארשטייט זיך. און אים אינטרעסירט נישט פון זיין אייגענע ארבעט פון וועלכע ער איז יעצט אהיים. אויך נישט פון די פליכטן וואס ווארטן נאך אויף אים. ער מאכט זיך נישט צו טוהן פון די שלאפלאזע נאכט וואס איז אריבער אויף אים, פון זיין מידקייט, נאר ער שטייט אוטומאטיש גרייט ארויסצוהעלפן אין יעדן צושטאנד. ער שטעלט זיך אויף און גייט פשוט אריבער אהין, און שטרענגט זיך איבער און איבער, ביז ווען ער שטייט שוין ענדליך פאר א פארטיגע ארבעט, פונקטליך צו די צייט וואס יענער חבר האט געדארפט צו אויספירן.
יעצט, קען ער נישט אויפהערן צו באוויינען דער געטרייער נחמן יוסף, וואס איז אזוי פריצייטיג נפטר געווארן, און ער דרייט זיך ארום פארטרויערט און צוקלאפט.
נישט אנדערש פון אים, איז געווען מיטן שכן זיינער, וועלכער איז אריבערגעקומען וואוינען קיין רמת בית שמש. זיי האבן זיך אינגאנצן נישט געקענט פון פריער, אבער דאס האט נישט אפגעהאלטן נחמן יוסף פון צו לייגן אן אויג, און באמערקן שוין ביים ערשטן באגעגעניש צווישן זיי, אז דער נייער שכן גיבט זיך נישט אזוי אן עצה מיטן אריבערפירן זיין דירה. וואס טוהט נחמן יוסף אין אזא פאל? פאר אים איז קלאר איין זאך. ער לאזט אלעס אפ, ער שטעלט זיך אינגאנצן צו, און שלעפט אויף זיינע פלייצעס אלע שווערע פעקלעך, ווען דער שכן שטייט און שטוינט! ער קוקט זיך צו, און גלייבט נישט וואס ער זעהט פאר זיינע אויגן - די וואונדערליכע ישועה אליין! אויך דא שטעלט ער זיך נישט אפ, און טראגט אים אן הילף מיט וואס נאר ער וועט זיך נויטיגן.
יעצט, שטייט אויך דער שכן, און קען זיך נישט גלייבן און בארוהיגן פון זיין פריוואטע אבידה, און פונעם שרעקליכן שוידער.
נישט נאר פיזיש און טעכניש, נאר אויך זעליש. ער שטעלט צו אלע זיינע קרעפטן און מעגליכקייטן. ער שטעקט איין אויך אוואו אנדערע האבן שוין געהויבן הענט. אלס, כדי צו ראטעווען און אונטערשטיצן, און פשוט זיין מיט געטריישאפט דארט וואו מ'דארף אים.
ווען ער האט געהערט אמאל וועגן א בחור וואס איז ארעסטירט געווארן נאכדעם וואס ער איז אנטלאפן פון מיליטער, און זייענדיג א זוהן פאר צובראכענע עלטערן האט ער נישט געהאט וואו אהיימצוגיין ווען ער איז באפרייט געווארן. קיינער האט זיך נישט געזארגט פאר אים, ער האט קיינעם נישט אינטרעסירט. אפילו אייגענע קליידער מיט וואס ארויסצוגיין פון ארעסט האט ער נישט געהאט מיט זיך. ווער רעדט נאך פון אביסל געלט אין טאש...
נחמן יוסף האט זיך צושוידערט – אזוי זאל זיך ארומדרייען א בחור אויפן וועלט, אן וואס קיינער זאל זיך נישט אינטרעסירן אין אים! האט ער זיך צוגעשטעלט אזוי ווי נאר ער קען, און פון דעמאלס אן איז יענער בחור געשלאפן ביי אים אינדערהיים, געגעסן אויף זיין טיש, ביז ער איז צוריק צו זיך. דאן האט ער נישט איינגערוהט ביז ער האט אים פארשאפט ארבעט כדי ער זאל זיין פארנומען און איינגעארדנט. ס'האט אים אפגעקאסט געלטער, ער מיט אלע זיינע באדערפענישן, זעליש און פיזיש. ביז ווען ער האט אים געשטעלט אויף די פוס, און ענדליך געזעהן שטיין אונטערן חופה.
זיין לעבנס פליכט האט ער געזעהן אין דעם פרייליך צו זיין, און אויך פרייליך צו מאכן מענטשן מיט זיין גאנצע הארץ. ער האט נישט געקענט פארטראגן צו צוזעהן טרויער ביי מענטשן. א פרייליכער לעבעדיגער יונגערמאן איז ער געווען. און אזוי האט ער אויך געשטרעבט צו זעהן זיינע ארומיגע. ער האט נישט געווארט די טרויעריגע זאלן צוקומען צו אים, ער זאל זיי דערפרייען. נאר יעדער וואס ער האט באמערקט אין זיין געפאלענע גיסטע, האט ער זיך אליין געוואנדן צו אים, זיך אינטרעסירט און נאכגעפרעגט, און געטוהן וואס נאר מעגליך יענעם צו דערפרייען.
ווען ס'איז נאר וואס אנגעקומען צו זיינע אויערן א שמועה וועגן א וואקלדיגע שלום בית ערגעץ וואו, און קיינער האט נישט געוואוסט מיט וואס און ווי אזוי צו העלפן דארט, האט נחמן יוסף אויפגעוויזן פאר יעדן אז מ'מוז נישט זיין קיין אפיציעלער פסיכאלאג. א גוטער ווילן דאס איז וואס מ'דארף. און אז דער ווילן איז דא, איז אלעס דא. פאר נחמן יוסף האט זיכער נישט געפעלט אין א גוטן ווילן. ער איז געווען אזוי געבויט. ער האט זיך אויפגעשטעלט און אריבערגעגאנגען צו יענע צושטערטע שטוב, אן קיינעם צו פרעגן. דורכאויס די גאנצע נאכט איז ער געזעצן מיט זיי, קלאר געמאכט דאס בילד, ארויפגעברענגט אלע שווערקייטן, און ערלעדיגט איינס איינס. ביז ס'איז שלום געווארן צווישן דאס פאר פאלק.
אין אן אנדער פאל, האט זיך איינער גענויטיגט אריבערצופירן זיין דירה, כדי צו פראבירן אויפשטעלן פון ניי די צובראכנקייט ביי אים אינדערהיים... יענער איז נישט געווען אין א גוטע זעלישע צושטאנד וואס זאל אים ערמעגליכן אפילו נאר צו אנהייבן זיך צו פאקן און ארגאניזירן. ער איז געווען אינגאנצן פארצווייפלט. צו וועמען קלינגט מען אין אזא פאל? צו וועמען, אויב נישט צו נחמן יוסף? און ער האט געוואוסט וואס ער טוהט, ווען ער האט גערופן צו די איין אדרעס. ווי נאר ער האט געהערט פון דעם, האט ער זיך באלד אוועקגעשטעלט גרייט צו העלפן מיט וואס נאר ס'פעלט אויס, און אן קיין איבעריג ווארט האט ער אנגעהויבן צו פאקן און פאקן און פאקן. אזוי די גאנצע נאכט, ביז ווען אלעס איז גרייט געווארן. ווען אין די צייט שפארט ער נישט אויף קיין ווארעמע גוטע ווערטער, אויף שטיצע און זעליש הילף. דער נעבעכדיגער איד האט זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פון די ישועה וואס איז אים אונטערגעקומען, אן ער זאל אפילו דארפן צולייגן א האנט... נחמן יוסף האט אבער אפגעזאגט די געלט וואס יענער האט אים געוואלט גערן באצאלן.
יעצט, דרייט ער זיך ארום, און הערט נישט אויף צו קלאגן אויפן געטרייער איש החסד וואס איז אזוי פלוצלונג נפטר געווארן. "ווען נחמן יוסף איז געווען אין געגנט, זענען אונז אלע געווען רוהיגער. ער איז געווען פאר אונז ווי אן אנליינער! מ'האט אים געקענט אלארמירן אין יעדן פאל און ענגשאפט, און אן קיין קווענקל איז ער באלד אריבערגעקומען. נישט קיין אונטערשייד וואס האט ער יעצט געהאלטן אינמיטן צו טוהן. וואס וועלן אונז טוהן פון היינט און ווייטער, נאכדעם וואס אונזער הילף אדרעס איז פארשוואונדן געווארן?!"
אויך נישט יעדער איש חסד וועלכער גיבט זיך אוועק פארן ציבור, פאר אנדערע, איז גרייט אויף אזוי ווייט זיך אוועקצוגעבן - אוועקגעבן נישט נאר פון זיך, נאר זיין גאנצער 'איך', מיטן פולסטן פאראנטווארטליכקייט. אבער נחמן יוסף, וואס ער האט געטוהן און אויפגעטוהן, איז געווען געטוהן. מיט זיין גאנצע לייב און לעבן, און ביזן גענצליכן אויספיר, אן איבערצולאזן אן אומפארענטפערטן ווינקל. ער האט אנגעיאגט און אריינגעכאפט אויף א וואונדערליכן פארנעם. אין צייט וואס פאר א צווייטן געדויערן אזעלכע פראיעקטן לאנגע טעג און וואכן, האט ער דאס אריינגעכאפט אין א טאג צוויי.
טאקע פונקט אין אזעלכע שווערע צושטאנדן אזוי ווי טראגעדיעס, און ענגשאפטן אין צומישטע צייטן, איז ער געווען דער אנליינער פאר יעדן. מ'האט שוין געוואוסט אז אין אזא פאל ווארט מען נאר ער זאל אונטערקומען, און אלעס וועט זיך שטעלן קלאר אויפן פלאץ, יעדער וועט זיך בארוהיגן און מוטיגן מיט זיינע גוטע ווערטער. אבער יעצט, ווען זיין אייגענע משפחה ל"ע איז די וואס טרויערט אזוי, און איז אזוי צובראכן און צושוידערט און צומישט, ווען דער אנליינער אליין איז מער נישט דא. דער וואס האט געשטארקט און אונטערגעהאלטן, דער וואס האט געוואוסט פונקט וואס ס'פאדערט זיך צו טוהן אין יעדן פאל, מיט אזא איבערגעבנהייט און געטריישאפט. ווער וועט עס טוהן אנשטאט אים?!
אנטשאט איין אזא נחמן יוסף, פאדערט זיך א גאנצע שטַאב פון פעאיגע מענטשן וואס זענען אויך נישט צו טרעפן, אן וואס מ'זאל דארפן שטעלן איבער זיי אן אנפירער וואס זאל זיך זארגן אויף יעדן ווינקל, און זעהן אז גארנישט איז אויסגעלאזט, אריינגערעכנט יעדע קלענסטע קלייניקייט זאל ווערן ריכטיג אויסגעפירט. ווייל דאס אלעס האט בלויז איין מענטש אליין געטוהן, מיט זיינע צוויי הענט, און מיטן פולסטן גאראנטיר. ווען ער האט זיך סיי וואס אונטערגענומען, איז עס געווען פון אנהייב ביזן ענד, מיט אלע קלייניקייטן. אויך אזעלכע וואס 'פאסטן' נישט פאר אנדערע צו טוהן...
אין צייט ווען אנדערע האבן זיך אפגעשאקלט פון אומאיינגענעמע הילף, איז ביי אים נישט געווען אזא זאך. נישטא עפעס וואס פאסט אים נישט, ווען א צווייטער דארף עפעס. און אין אזא פאל האט ער פארקוקט פון זיין אייגענע כבוד, און האט זיך ארויסגעוויזן אלץ אמת'ער און באגלייבטער פריינד וואס קוקט נישט אויף גארנישט, ווען מ'דארף איינעם ארויסהעלפן.
ביי זיין הארצרייסנדע לוויה, האט זיך דאס אלעס דערקענט, ווען טראץ די שפעטע ערב-שבת'דיגע שעה, האבן נאנט צו טויזנט מענטשן אלע באשעפטיגונגען אפגעלאזט, און זענען אים געקומען אפגעבן דאס לעצטע כבוד פון וועלכע ער האט זיך אזוי אומוויסנדיג געמאכט אין זיין לעבן. זענען זיך געקומען געזעגענען פון א נאנטער אמת'ער פריינד, וואס האט זיך פאר זיי אזוי אוועקגעגעבן אן קיין חשבונות.
יעדער באגלייטער איז געווען זיכער אז ער איז געווען זיין נאנטסטער פריינד, אנליינער און פאסיגער אדרעס צו יעדע זאך. אבער דארט איז יעדער געוואר געווארן, וויפל נאך האבן געפילט פונקט דאס זעלבע, פון אלע שיכטן און געלעגנהייטן. יעדער האט זיך געפילט נאנט, און ער איז צו יעדן געווען ווי א נאנטער. ביטערע געוויינען האבן זיך אויב אזוי געהערט פון אלע ריכטונגען, ווען זיין לעכטיגע געזיכט און שיינענדע געשטאלט, זיין רוהיגע מוטיגע שמייכל, ווילן זיך נישט אפקערן פון געדאנק און געדענקעניש.
איז אבער מעגליך צו טראכטן נאר פון זיך, און באוויינען נאר די אייגענע פארלוסט? איז מעגליך, זיך נישט וויסנדיג צו מאכן פון די שרעקליכע בראך וואס איז נישט צו אויפכאפן און פארשטעלן, פון די יונגע פרישע אלמנה, מיט אירע צוויי קליינע יתומים'לעך? זיי זענען די וואס בלייבן אזוי עלנד, אזוי פארטרויערט, נאכן אויפשטיין פון שבעה. און זיי זענען די וועלכע בלייבן אן קיין פרנסה, נאכדעם וואס ער האט אויף אלעס אלעס געזארגט. אויך נאך וואס יעדער עקסטער און אלע אינאיינעם, וועלן זיך צושטעלן, וועט מען דאך זייער געוואלדיגע צובראכנקייט נישט קענען אויסהיילן. אבער לייכטער מאכן ווי ווייט מעגליך, מיט איבערגעבנהייט אזוי ווי נחמן יוסף האט אין זיין לעבן באוויזן צו טוהן, דאס מוז יעדער!
נישטא קיין צווייטע וועג. דא מוז מען אויסשטרעקן א האנט, און אויפשטעלן וואס שנעלער א קרן קיימת צו קענען שפייזן און אויסהאלטן די אלמנה מיט די יתומים, וואס זענען געבליבן אן גארנישט! אונזער פליכט איז ריזיג און וויכטיג אין די מינוטן. וועלן אונז חלילה צולאזן, די יונגע אלמנה מיט אירע צוויי יתומים'לעך זאלן זיך וואלגערן אין די גאסן, נישט האבנדיג קיין אייגן דאך איבערן קאפ??? ער איז דאך דער וואס האט ביז היינט געשפייזט די שטוב, און אזוי אויסגעצאלט די דירה געלט. וואס וועט זיין פון יעצט און ווייטער?
דער קליינער מאיר ישראל, וואס אין קומענדיגן חודש טבת וועט מען פייערן זיין שמחת החלאקה מיט פיל ארומיגע, אבער אן איין טאטע וואס זאל זיך מיטפרייען מיט אים אין זיין גרויסן טאג. ווער וועט קוקן אויף אים? ווער וועט אים ערציהען, באגלייטן און לערנען מיט אים? ווער וועט אים אויפוואקסן ביז זיין בר מצוה, און אים אונטערפירן אונטערן חופה ווען די צייט וועט קומען? מאיר ישראל, ווען ער גייט אריין אין חיידר, איז ער שוין א יתום!
מיטן בעסטן ווילן וועלן אונז אלע דאס נישט קענען ערפילן, אנפילן. אבער אויך קעגנשטיין קענען אונז נישט, און אוודאי נישט לאזן די אלמנה אן קיין דאך און שיץ איבערן קאפ, און אן קיין וועג צו שפייזן זיך מיט אירע קינדערלעך. אונזער פליכט איז יעצט אויסצושטרעקן אונזער האנט, איר אונטערהאלטן און אונטערשטיצן, לייכטער מאכן פון איר די וואונדן, און אזוי ווי אידן רחמנים בני רחמנים פארזיכערן זייער צוקומפט.
...
תזכו למצוות